פֿירלײענונגען פֿון אַבֿרהם סוצקעװער

דער לײענזאַל האָט לעצטנס באַקומען אַ בינטל רעקאָרדירונגען פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעװער, אין װעלכע ער לײענט פֿיר זײַנע אײגענע לידער. מיר האָבן צונױפֿגעשטעלט פֿילמען, אַזױ אַז מע קען לײענען די לידטעקסטן בשעת מע הערט װי דער בעל־מחבר לײענט זײ אױף אַ קול. אָט הערט איר די...

אַ לעקציע לזכּרון בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן (יאַנינאַ װוּרבס)

אין נאָװעמבער 2013, צום צװײטן חנוכּה־ליכטל, איז ניפֿטר געוואָרן די ייִדישע פּאָעטעסע און מחברטע פֿון זינגלידער ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. דער לײענזאַל מערקט אָפּ איר ערשטן יאָרצײַט מיט אַ לעקציע פֿון יאַנינאַ װוּרבס. דער אָפּקלײַב לידער, װאָס יאַנינאַ לײענט פֿיר אין איר...

„דער אימאַזש פֿון װילנע אין דער ייִדישער געשיכטע“ (שמואל קאַסאָװ)

די װאָך ברענגען מיר אײַך אַ לעקציע, װאָס פּראָפֿ' שמואל קאַסאָװ האָט געהאַלטן אין סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט דעם 24סטן פֿעברואַר 2009. דעם װידעאָ האָט אונדז געשאָנקען דער צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים א"נ טאַובע, װאָס אָרגאַניזירט אַ יערלעכע ייִדיש־לעקציע א"נ...

יוסף אָפּאַטאָשו, „אין פּױלישע װעלדער“, פֿערטער טײל (מײַקל װעקס)

אין דעם הײַנטיקן רעפֿעראַט, דעם פֿערטן פֿונעם באַרימטן שרײַבער און איבערזעצער מײַקל װעקס, האַלטן מיר בײַם פֿאַרענדיקן דעם ראָמאַן אין פּױלישע װעלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. דאָס לײענװאַרג (מער־װײניקער דאָס לעצטע פֿערטל פֿונעם ראָמאַן) געפֿינט זיך אױף דעם זײַטל אונטערן...

יוסף אָפּאַטאָשו, „אין פּױלישע װעלדער“, דריטער טײל (מײַקל װעקס)

אין דעם הײַנטיקן רעפֿעראַט, דעם דריטן פֿונעם באַרימטן שרײַבער און איבערזעצער מײַקל װעקס, לײענען מיר װײַטער דעם ראָמאַן אין פּױלישע װעלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. דאָס לײענװאַרג (מער־װײניקער דאָס דריטע פֿערטל פֿונעם ראָמאַן) געפֿינט זיך אױף דעם זײַטל אונטערן װידעאָ. די...

„אַריבער דעם סמבטיון“ (דבֿ נױ)

דעם 29סטן סעפּטעמבער 2013 איז געשטאָרבן דער חשובֿער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט פּראָפֿ' דבֿ נױ. צו זײַן ערשטן יאָרצײַט ברענגען מיר אײַך אַ רעפֿעראַט, װאָס פּראָפֿ' נױ האָט געהאַלטן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 13טן אַפּריל 1996. דעם װידעאָ האָט אונדז געשאָנקען דער...