„פֿאָרלײענונג מיט הערות“, צװײטער טײל (בנימין הרשבֿ)

14 מײַ 2020

אין דעם הײַנטיקן װידעאָ־אױסצוג, דעם צװײטן פֿונעם באַרימטן ליטעראַטור־פֿאָרשער און פּאָעט פּראָפֿ' בנימין הרשבֿ ע"ה, הערן מיר אַן אָפּקלײַב ייִדישע לידער פֿון דער אַנטאָלאָגיע אַ שפּיגל אױף אַ שטײן. די לידער (פֿון משה קולבאַק, שמואל האַלקין און דוד האָפֿשטײן) געפֿינען זיך אױף דעם זײַטל אונטערן װידעאָ.

גיט דאָ אַ קװעטש כּדי צו לײענען פּרטים װעגן דער סעריע פֿאָרלײענונגען און צו הערן דעם ערשטן װידעאָ־אױסצוג.

די לעקציע

דער טעקסט

אונדזער חבֿר הערשל האַרטמאַן האָט צו אונדז צוגעשיקט זײַנע ענגלישע איבערזעצונגען פֿון קולבאַקס „געזען האָב איך…“ און האָפֿשטײנס „אין װינטער־פֿאַרנאַכטן“.