„פֿאָרלײענונג מיט הערות“, ערשטער טײל (בנימין הרשבֿ)

01 אַפּריל 2020

דעם 2טן מאַרץ 2015 בין איך געפֿאָרן קײן נאָרט־הײװן, קאָנעטיקאָט, כּדי זיך צו טרעפֿן מיט דעם גדול פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע־פֿאָרשונג פּראָפֿעסאָר בנימין הרשבֿ (פֿריִער: הרושאָװסקי). דער ציל איז געװען צו פֿילמירן אַ סעריע קורצע לעקציעס, װאָס פּראָפֿ' הרשבֿ האָט באַשריבן װי אַ „פֿאָרלײענונג מיט הערות“. מיט אַ װאָך שפּעטער האָט ער מיר אָנגעקלונגען און פֿאָרגעלײגט אַ צװײטע טרעפֿונג, איך זאָל קענען רעקאָרדירן װי ער רעדט אױף אַנדערע טעמעס — טײל ליטעראַרישע, טײל לינגװיסטישע. צום גרױסן באַדױערן איז די צװײטע טרעפֿונג נישט פֿאָרגעקומען. פּראָפֿ' הרשבֿ איז ניפֿטר געװאָרן דעם 23סטן אַפּריל 2015, אין עלטער פֿון 86 יאָר. אױף װיפֿל איך װײס איז די „פֿאָרלײענונג מיט הערות“ פֿאַרן לײענזאַל געװען פּראָפֿ' הרשבֿס לעצטע לעקציע.

מיט אַ מאָל בין איך געװאָרן זײער פֿאַרנומען מיט די לימודים אין ניו־יאָרק און האָב נישט געהאַט קײן געלעגנהײט צו פּראָצעסירן און רעדאַקטירן הרשבֿס לעקציע, זי זאָל זײַן אין אַ פּאַסיקן פֿאָרמאַט פֿאַרן װעבזײַטל. אָבער אַזױ װי מיר זיצן אַלע הײַנט אין דער הײם, בשעת עס ברענט די מגפֿה מיטן קאָראָנע־װירוס, האָב איך זיך גענומען צו דער רעדאַקטיר־אַרבעט. אונטן געפֿינט זיך דער ערשטער װידעאָ־אױסצוג פֿון דער „פֿאָרלײענונג מיט הערות“, װאָס איז געהאַט אַרױס אינעם פֿאָרװערטס צוזאַמען מיט אַ נעקראָלאָג. די אַנדערע, נאָך נישט פּובליקירטע װידעאָ־אױסצוגן װעלן אַרױס אין די נאָענטע װאָכן.

בלײַבט געזונט!

די לעקציע

דער טעקסט