אַ לעקציע לזכּרון בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן (יאַנינאַ װוּרבס)
אין נאָװעמבער 2013, צום צװײטן חנוכּה־ליכטל, איז ניפֿטר געוואָרן די ייִדישע פּאָעטעסע און מחברטע פֿון זינגלידער ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. דער לײענזאַל מערקט אָפּ איר ערשטן יאָרצײַט מיט אַ לעקציע פֿון יאַנינאַ װוּרבס. דער אָפּקלײַב לידער, װאָס יאַנינאַ לײענט פֿיר אין איר לעקציע, געפֿינט זיך אונטן.
בײַ 18 מינוט און 41 סעקונדעס װעט מען הערן דאָס ליד „װײַל איך בין אַ צװײַג“, געזונגען פֿון חנה קופּער ע″ה אין דער אַראַנזשירונג פֿון פֿרענק לאָנדאָן. איר קענט באַשטעלן אַ קאָפּיע פֿון דעם קאָמפּאַקטל „אױף די גאַסן פֿון דער שטאָט“ אין iTunes. די װערטער צום ליד געפֿינען זיך סײַ אינעם PDF־דאָקומענט, סײַ אין װידעאָ גופֿא בשעת דאָס ליד שפּילט.
די לעקציע
דער טעקסט