רעדנערס

יאַנינאַ װוּרבס

יאַנינאַ װוּרבס האָט שטודירט ייִדישע לימודים, רעליגיעזע לימודים און געשיכטע. זי איז געװען אַ לערערין פֿון ייִדישער שפּראַך, קולטור און בפֿרט מוזיק אין פּאָטסדאַמער אוניװערסיטעט, אױפֿן אינטענסיװן זומערקורס אין ביראָבידזשאַן, בײַם ייִדיש־זומער װײַמאַר און נאָך. מע האָט געדרוקט אַרטיקלען און בילדער פֿון איר אינעם „פֿאָרװערטס“, „אױפֿן שװעל“, „צוקונפֿט“, „יוגנטרוף“, „װײַטער“, „דאָס בלעטעלע“. זי האָט געאַרבעט װי אַ ראַדיאָ־זשורנאַליסטקע פֿאַר דער ייִדישער ראַדיאָ „נײַע כװאַליעס“ אין װאַרשע, צוגעהאָלפֿן בײַ אַ סך קאָמפּאַקטלעך מיט ייִדישע לידער, איז געפֿאָרן אױף עקספּעדיציעס קײן אוקראַיִנע, מאָלדאָװע און לעטלאַנד צו פֿירן אינטערװיוען אױף ייִדיש. זי זעצט איבער פֿון ייִדיש און אױף ייִדיש.

מיט בײלע שעכטער־גאָטעסמאַנען האָט זי זיך באַקענט אין 2004, איז אײַנגעשטאַנען אין איר בראָנקסער הײם מער װי אַ יאָר און געשריבן איר מאַגיסטער־אַרבעט װעגן איר און איר משפּחה.