פֿירלײענונגען פֿון אַבֿרהם סוצקעװער

22 יאַנואַר 2015

דער לײענזאַל האָט לעצטנס באַקומען אַ בינטל רעקאָרדירונגען פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעװער, אין װעלכע ער לײענט פֿיר זײַנע אײגענע לידער. מיר האָבן צונױפֿגעשטעלט פֿילמען, אַזױ אַז מע קען לײענען די לידטעקסטן בשעת מע הערט װי דער בעל־מחבר לײענט זײ אױף אַ קול. אָט הערט איר די ערשטע צװײ לידער, „די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ“ (1943) און „װען כ'װאָלט ניט זײַן מיט דיר בײַנאַנד“ (1947).

די פֿירלײענונגען

די לידער

„די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרײַקערײַ“ געפֿינט זיך אין דעם באַנד אױף זײַטל 335.

„װען כ'װאָלט ניט זײַן מיט דיר בײַנאַנד“ געפֿינט זיך אין דעם באַנד אױף זײַטל 7.