רעדנערס
מרים שמולעװיטש־האָפֿמאַן
מרים שמולעװיטש־האָפֿמאַן
איך בין געבױרן געװאָרן אין דרײַ חלקים׃ דאָס ערשטע מאָל אין טאָבאָלסק, סיביר אין 1936, דאָס צװײטע מאָל אין סלאַװוּטע, אַ שקלאַפֿן־לאַגער אין אײנעם פֿון די רוסישע גולאַגן אין 1936, און דאָס דריטע מאָל אין אולם, אין די־פּי־לאַגער, הינדענבורג־קאַסערנע אין דײַטשלאַנד אין יאָר 1947.
געקומען קײן אַמעריקע אין 1950, געלערנט אין ייִדישן לערער־סעמינאַר ביז 1957, אין מיאַמי־אוניװערסיטעט אין 1981 און פֿאַרענדיקט מײַנע גראַדויִר־שטודיעס אין קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט אין 1983.
געלערנט ייִדיש, אַלע דרײַ מדרגות אין קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט 23 יאָר, אין אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט זומערס 1993-1991, אין װילנער אוניװערסיטעט זומערס, ייִדישע פּעדאַגאָגיק.
אָנגעפֿירט מיט דער ערשטער ייִדישער טעלעװיזיע־פּראָגראַם אין ישׂראל, מיט שמעון דזשיגאַן אין 1975. געפֿירט אַ ייִדישע ראַדיאָ־פּראָגראַם אויף WEVD אין 1999-1988, זשורנאַליסטקע אין ייִדישן פֿאָרװערטס איבער 35 יאָר, און דראַמאַטורגין מיט דערפֿאָלגרײַכע פּיעסעס פֿון 1984 ביז הײַנט.
„לידער פֿון גן־עדן“ געשפּילט סײַ אין פּאָבליק־טעאַטער און שעקספּיר־פֿעסטיװאַל אין 1989, סײַ אין עסטאָר־טעאַטער־אַף־בראָדװײ, גאַסטראָלירט איבער אײראָפּע. צװישן די צען אױך דערפֿאָלגרײַך געשפּילט אין ישׂראל „די גאָלדענע יאַטן“ פֿון 2001, „זינגער און זײַנע שדים“ אין קװינס־טעאַטער אין דעם פּאַרק. מײַנע פּיעסעס האָט מען ערשט אױפֿגעפֿירט אין סײדי־בראָנפֿמאַן־טעאַטער אין מאָנטרעאָל, קאַנאַדע און גאַסטראָלירט אין אײראָפּע. איך האָב מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַרױסגעגעבן „שליסל צו ייִדיש“, פֿאַר קאַלעדזש־סטודענטן.
אַן אַרײַנפֿיר צו איציק מאַנגערס פּאָעזיע (ערשטער טײל; צװײטער טײל)