בער באָראָכאָװ, „די אױפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע“ (קלמן װײַזער)
ברוכים־הבאָים אינעם לייענזאַל! מיר פֿרייען זיך צו מעלדן, אַז דער לייענזאַל וועט אָנהייבן אַרױסצוגעבן דערציילונגען און אויסצוגן פֿון ייִדישע ראָמאַנען דאָ אויף אונדזער וועבזײַטל אין יאַנואַר 2014.
ווי אַ פֿאָרשפּײַז אָבער ברענגען מיר אײַך אַ טעקסט—בער באָראָכאָווס „די אויפֿגאַבן פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע“—און אַ לעקציע וואָס פּראָפֿ' קלמן ווײַזער (יאָרקער אוניווערסיטעט, טאָראָנטע) האָט ספּעציעל צוגעגרייט פֿאַרן לייענזאַל.
דער פּינקס (1913), רעדאַקטירט פֿון שמואל ניגער, שטעלט מיט זיך פֿאָר דעם בראשית פֿון מאָדערנע ייִדיש־לימודים, און באָראָכאָװס עסײ איז די העכסטע דערגרײכונג דערין. לכּבֿוד דעם 100־יאָריקן יובֿל פֿון דעם באַנד (און דעם דעביוט פֿון אונדזער װעבזײַטל!) װילן מיר מיט אײַך איבערלײענען דאָס װיכטיקע װיסנשאַפֿטלעכע װערק.
די לעקציע
דער טעקסט
אַנדערע רעסורסן
רעפֿעראַטן
- יודזשין אָרענשטײן׃ „בער באָראָכאָװ׃ דער פּיאָנער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור און געשיכטע“ (געהאַלטן דעם 2טן מײַ 1981 אין מאָנטרעאָל; נאָך פּרטים)
ערשטער טײל׃
צװײטער טײל׃
- יודשין אָרענשטײן׃ „בער באָראָכאָװ: דער רעװאָלוציאָנער פֿון דער ייִדישער פֿילאָלאָגיע“ (געהאַלטן דעם 2טן מײַ 2010 אין ניו־יאָרק; װידעאָ פֿון רעפֿעראַט)
אױף אַנדערע לשונות