רעדנערס

קלמן װײַזער

קלמן װײַזער איז דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישע לימודים אויפֿן נאָמען פֿון דער משפּחה זילבער אין יאָרקער אוניװערסיטעט אין טאָראָנטע, קאַנאַדע. ער איז דער מחבר פֿון Jewish People, Yiddish Nation: Noah Prylucki and the Folkists in Poland, אַרויס אין 2011, און דער מיטרעדאַקטאָר (צוזאַמען מיט יהושע פֿאָגעל) פֿון Czernowitz at 100: the First Yiddish Language Conference in Historical Perspective, אַרויס אין 2010. די טעג אַרבעט ער אויף אַ נײַער אויסגאַבע פֿון שלמה בירנבוימס קלאַסיש װערק Yiddish. A Survey and a Grammar און פֿאָרשט דאָס לעבן און קאַריערע פֿונעם ייִדיש־פֿאָרשער מאַקס װײַנרײַכן.