רעדנערס

יצחק ניבאָרסקי

יצחק ניבאָרסקי. געבױרן אין 1947 אין בוענאָס־אײַרעס אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער הײם. די עלטערן — פֿון כאָרזשל (פּוילן). געענדיקט ייִדישע אָנהײבשול און מיטלשול און געלערנט ליטעראַטור אױפֿן אוניווערסיטעט. געאַרבעט ווי אַ לערער אין ייִדישע שולן און פֿאַר דערוואַקסענע. זינט 1979 אין פֿראַנקרײַך, וווּ ער לערנט ייִדישע שפּראַך און ליטעראַטור אינעם אינסטיטוט פֿאַר אָריענטאַלישע שפּראַכן. אַקטיוו אין דער מעדעם־ביבליאָטעק פֿון פּאַריזער ייִדיש־צענטער.

לעקציעס

מענדעלע מוכר־ספֿרים, מסעות בנימין השלישי (ערשטער טײל; צװײטער טײל; דריטער טײל; פֿערטער טײל; פֿיפֿטער טײל)