„אַריבער דעם סמבטיון“ (דבֿ נױ)
דעם 29סטן סעפּטעמבער 2013 איז געשטאָרבן דער חשובֿער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט פּראָפֿ' דבֿ נױ. צו זײַן ערשטן יאָרצײַט ברענגען מיר אײַך אַ רעפֿעראַט, װאָס פּראָפֿ' נױ האָט געהאַלטן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 13טן אַפּריל 1996. דעם װידעאָ האָט אונדז געשאָנקען דער לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישער קולטורקלוב.
װי פּראָפֿ' נױ דערמאָנט אין זײַן רעפֿעראַט, שפּילט דער טײַך סמבטיון אַ גרױסע ראָלע אינעם ראָמאַן מסעות בנימין השלישי פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, װאָס װעגן אים האָט יצחק ניבאָרסקי שױן געהאַלטן אַ סעריע רעדעס.
די לעקציע
אַנדערע רעסורסן
אױף ענגליש, עבֿריתּ, רוסיש
- Dov Noy, Folktales of Israel (1963)
- דבֿ נױס רעזומע (אױף העברעיִש)
- מעלדונג װעגן דער פּטירה פֿון פּראָפֿ' דבֿ נױ
- עמוס נױ, „האדון ממוגאדור: ילדותי עם אבא, דב נוי“ (2013; עמוס נױס זכרונות װעגן זײַן טאַטן)
- Haya Bar-Itzhak, 2014. "Dov Noy (1920-2013): The Doyen of Jewish Folkloristics." Folklore 125: 125-127.
- Анатолий Кержнер, 2013. «Он умел влиять на людей». Еврейский обозреватель, 2013.