י.־ל. פּרץ און די ייִדישע פֿרױ, דריטער טײל (חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר)
הײַנט קען מען שױן הערן דעם דריטן טײל פֿון דעם ציקל לעקציעס, װאָס חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר האָט געהאַלטן אױף דער טעמע „י.־ל. פּרץ און די ייִדישע פֿרױ“. דער דריטער טײל באַשטײט פֿון צװײ קורצע לעקציעס װאָס באַהאַנדלען צװײ ליטעראַרישע װערק׃ דאָס ליד „דרײַ נײטאָרינס“ און די דערצײלונג „די פֿאַרשטױסענע“. די לעקציעס און די טעקסטן געפֿינען זיך אױפֿן זײַטל אונטן.
די מאָנטרעאָלער ייִדישע קהילה־פֿונדאַציע (Jewish Community Foundation of Montreal) האָט ברײטהאַרציק סובסידירט אירע שיעורים.
די לעקציעס
„דרײַ נײטאָרינס“
„די פֿאַרשטױסענע“
דער טעקסט
אַנדערע רעסורסן
רעפֿעראַטן און עסײען
- דוד־הירש ראָסקעס׃ „י.־ל. פּרץ דער באנײַער“ (געהאַלטן דעם 29סטן מאַרץ 1980 אין מאָנטרעאָל; נאָך פּרטים)
ערשטער טײל׃
צװײטער טײל׃
אױף אַנדערע לשונות