י.־ל. פּרץ און די ייִדישע פֿרױ, צװײטער טײל (חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר)

16 יוני 2014

הײַנט קען מען שױן הערן דעם צװײטן טײל פֿון דעם ציקל לעקציעס, װאָס חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר האָט געהאַלטן אױף דער טעמע „י.־ל. פּרץ און די ייִדישע פֿרױ“. דער צװײטער טײל באַשטײט פֿון צװײ קורצע לעקציעס װאָס באַהאַנדלען צװײ לידער פּרצעס׃ „מײן נישט“ און „האָף און גלײב“. די לעקציעס און די לידער געפֿינען זיך אױפֿן זײַטל אונטן.

די מאָנטרעאָלער ייִדישע קהילה־פֿונדאַציע (Jewish Community Foundation of Montreal) האָט ברײטהאַרציק סובסידירט אירע שיעורים.

די לעקציעס

„מײן נישט“:

געזונגען פֿונעם ייִדישן פֿילהאַרמאָנישן פֿאָלקסכאָר אױפֿן קאָמפּאַקטל זינגט (2008). אַז איר װילט באַשטעלן אַ קאָפּיע, גיט אַ קװעטש אױף דער פֿאַרבינדונג׃ Zingt! – A Celebration of Yiddish Choral Music

„האָף און גלײב“:

געזונגען פֿונעם נײַעם ייִדישן כאָר און דעם אַרבעטער־רינג־כאָר אױפֿן קאָמפּאַקטל אין ליבשאַפֿט און אין געראַנגל (1999). אַז איר װילט באַשטעלן אַ קאָפּיע, גיט אַ קװעטש אױף דער פֿאַרבינדונג׃ In Love and In Struggle: The Musical Legacy Of The Labor Bund

דער טעקסט

אַנדערע רעסורסן

רעפֿעראַטן און עסײען

  • דוד־הירש ראָסקעס׃ „י.־ל. פּרץ דער באנײַער“ (געהאַלטן דעם 29סטן מאַרץ 1980 אין מאָנטרעאָל; נאָך פּרטים)
    ערשטער טײל׃

    צװײטער טײל׃

אױף אַנדערע לשונות