סעמינאַר אַרום „באָנטשע שװײַג“ פֿון י.־ל. פּרץ (שבֿע צוקער)

19 מײַ 2014

דעם 9טן מאַרץ 2014 איז פֿאָרגעקומען דער ערשטער װירטועלער ליטעראַרישער סעמינאַר („װעבינאַר“) אינעם לײענזאַל. ד"ר שבֿע צוקער האָט אָנגעפֿירט מיט אַ שמועס װעגן „באָנטשע שװײַג“ פֿון י.־ל. פּרץ. אַכט סטודענטן און ייִדיש־לײענערס פֿון איבער דער װעלט האָבן זיך פֿאַרשריבן און אָנטײל גענומען אינעם װעבינאַר׃

– איציק בלימאַן (פֿש"אַ)
– רפֿאל גאָלדװאַסער (ישׂראל)
– אַרעלע װישװאַנאַט (אינדיע)
– שמואל זערין (פֿש"אַ)
– עלען־רבֿקה כּ"ץ (פֿראַנקרײַך)
– יעקבֿ פּעטשערסקי (פֿש"אַ)
– שׂרה קיריטעסקו (די שװײץ)
– פּערל ראָזנבלום (אַרגענטינע)

דער װעבינאַר הײבט אָן אַ סעריע לעקציעס און רעפֿעראַטן אָפּגעגעבן פּרצעס שאַפֿונגען. אין צװײ װאָכן אַרום װעט אַרױס אױף דעם װעבזײַטל אַ רײ שיעורימלעך, װאָס חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר (מעגיל־אוניװערסיטעט, מאָנטרעאָל) האָט ספּעציעל צוגעגרײט פֿאַרן לײענזאַל־פּראָיעקט. דערנאָך דעם װעט מען קענען הערן װי הערשל האַרטמאַן (לאָס־אַנדשעלעס) לײענט פֿאָר איטשע גאָלדבערגס עסײ „יצחק־לײבוש פּרץ – דער גאַנצסטער ייִד פֿון אונדזער עפּאָכע“.

אױב איר װילט זיך באַטײליקן אינעם לײענזאַלס אַ װעבינאַר, זאָלט איר זיך פֿאַרשרײַבן אױף אונדזער אַנאָנסן־רשימה.

די לעקציע

דער טעקסט

שבֿע צוקערס גלאָסאַר

אַנדערע רעסורסן

רעפֿעראַטן און עסײען

  • דוד־הירש ראָסקעס׃ „י.־ל. פּרץ דער באנײַער“ (געהאַלטן דעם 29סטן מאַרץ 1980 אין מאָנטרעאָל; נאָך פּרטים)
    ערשטער טײל׃

    צװײטער טײל׃

אױף אַנדערע לשונות