„דאָס איבערזעצן גלאַטשטײנס ייִדישע פּאָעזיע אױף ענגליש“ (בערל זומאָף)
הײַנט הערן מיר אַ רעפֿעראַט פֿון ד"ר בערל זומאָף, דעם חשובֿן איבערזעצער צװישן ייִדיש און ענגליש, אױף דער טעמע: „עטלעכע געדאַנקען װעגן איבערזעצן גלאַטשטײנס ייִדישע פּאָעזיע אױף ענגליש“.
קײן אױסצוגן גיבן מיר נישט, װײַל ד"ר זומאָף רעדט אין אַלגעמײן װעגן זײַנע אײגענע דערפֿאַרונגען װי אַן איבערזעצער פֿון גלאַטשטײנען. אָבער אַז איר װילט לײענען אַ פּאָר פֿון יעקבֿ גלאַטשטײנס לידער, זאָלט איר געבן אַ קוק אַרײַן אין זײַן באַנד כ'טו דערמאָנען (1967).
די לעקציע
אַנדערע רעסורסן
רעפֿעראַטן און עסײען
- יעקבֿ גלאַטשטײן׃ „מײַן װעג אין דער ייִדישער פּאָעזיע“ (געהאַלטן דעם ערשטן אָקטאָבער 1971 אין מאָנטרעאָל; דער רעפֿעראַט הײבט זיך אָן 9:33. נאָך פּרטים)
- נ.־ב. מינקאָף: פּיאָנערן פֿון ייִדישער פּאָעזיע אין אַמעריקע׃ דאָס סאָציאַלע ליד (1956)
אױף אַנדערע לשונות