בײַשטײַערן

 

דעם לײענזאַלס הױפּט־שליחות איז צו באַזאָרגן דעם ייִדיש־לײענענדיקן עולם מיט נײַע לעקציעס װעגן אונדזער ליטעראַטור, װי אױך אַנדערע לערן־ און לײען־מאַטעריאַלן. מע קען אַראָפּלאָדן, לײענען און הערן די אַלע מאַטעריאַלן בחינם. כּדי צו דערגרײכן אָט דעם ציל פֿאַרלאָזן מיר זיך אויף מנדבֿים. אױב איר האָט הנאה פֿון אונדזער פּראָגראַם און װילט אונטערשטיצן װײַטערדיקע ייִדישע שטודיעס אױף דער אינטערנעץ, זײַט אַזױ גוט און שענקט אַ בײַשטײַער. דער בעסטער אופֿן אונטערצושטיצן דעם לײענזאַל איז אַרײַנצושיקן אײַער בײַשטײַער דורך PayPal. מיר װעלן אײַך צושיקן אַ קבלה, װאָס באַשטעטיקט אַז איר האָט געשאָנקען אַ בײַשטײַער, װאָס איר קענט אַראָפּרעכענען פֿון די שטײַערן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. (אונדזער פֿעדעראַלער EIN איז 46-1184762.)

PayPal-donate-button

מיר נעמען אָן בײַשטײַערס פֿון כּלערלײ סומעס. אַ בײַשטײַער פֿון $200 װעט דערלאָזן, אַז מיר זאָלן אַנגאַזשירן אַ נײַעם רעפֿערענט, און מיר װעלן אױסרעכענען אײַער נאָמען (אָדער דעם נאָמען פֿון אײַער אָרגאַניזאַציע) װי דער בײַשטײַערער װאָס האָט דערמעגלעכט יענע לעקציע. מיר װעלן אױך אָנשרײַבן אַ דעדיקאַציע אין אָנדענק פֿון אַ קרובֿ אָדער אַ חבֿר.

דערצו זאַמלען מיר בײַשטײַערס פֿון באַניצערס אין נאָמען פֿון אַ ייִדיש־לערער/ין װאָס האָט אײַנגעפֿלאַנצט אין זײַנע/אירע סטודענטן אַ ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. װען איר גיט אַ בײַשטײַער פֿון $18 אָדער מער װעלן מיר פֿאַרשרײַבן אײַער נאָמען און דעדיקאַציע אױף דער רשימה מנדבֿים.

שרײַבט אײַזיק בלימאַנען מיט פֿראַגעס װעגן בײַשטײַערן׃ donations@leyenzal.org

אַנדערע אופֿנים, װי אַזױ אונטערצושטיצן דעם לײענזאַל׃

ייִדישע ביכער אױף ענגליש׃ װען איר באַשטעלט אַ בוך װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור אָדער געשיכטע פֿון Amazon (אָדער אַנדערע זאַכן װאָס פֿאַרקױפֿן זיך דאָרט) דורך אָט דער פֿאַרבינדונג װעט דער לײענזאַל באַקומען אַ חלק פֿון דעם פּרײַז.

אַ גרױסן דאַנק פֿאַר אײַער שטיץ.