װעגן דעם לײענזאַל

הקדמה

װי אַ קולטורעלע אינסטיטוציע איז דער לײענקרײַז נישט קײן פּנים־חדשות אויף דער ייִדישער גאַס. לײענערס קומען זיך צוינױף אין פֿאַרשײדענע אוניװערסיטעטן, ייִדישע אַנשטאַלטן און פּריװאַטע הײַזער בכדי אַרומצורעדן די קלאַסישע װערק פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. דער לײענזאַל איז אַ װירטועלער לײענקרײַז װאָס האָט פֿאַר זיך צװײ הױפּטצילן׃

  • ראשית, קומען צו הילף אי דעם ייִדיש־לײענער, אי דעם ייִדיש־לערנער, װוּ זײ זאָלן זיך נישט געפֿינען אױף דער װעלט, בײַם פֿאַרטיפֿן זיך אין דער ייִדישער ליטעראַטור;
  • והשנית, באַזאָרגן דעם באַניצער מיט אַ געלעגנהײט צו הערן ייִדיש־שפּראַכיקע לעקציעס.

מיר פּרוּװן צו דערגרײכן די צװײ צילן אַזױ: קודם־כּל קענען די באַניצערס פֿון אונדזער װעבזײַטל זיך צוהערן צו אַן אָריגינעלער װידעאָ־לעקציע (אַן ערך 30-20 מינוט) װעגן אַ ראָמאַן, דערצײלונג אָדער אָפּקלײַב לידער, און גלײַכצײַטיק לײענען די טעקסטן װאָס װערן דערמאָנט אין דער לעקציע. אַזױ אַרום קען מען ביסלעכװײַז איבערלײענען גאַנצע ביכער. די רעפֿערענטן װאָס האַלטן די שיעורים זענען עקספּערטן אויפֿן געביט פֿון ייִדישער ליטעראַטור׃ פּראָפֿעסאָרן, פֿאָרשערס און קולטורעלע טוערס פֿון אַלע טײלן װעלט. זײ אַלײן קלײַבן אויס די װערק װאָס זײ לערנען, כאָטש ס'רובֿ זענען זײ שאַפֿונגען פֿון די דרײַ קלאַסיקערס און זײערע נאָכפֿאָלגערס.

אין אױגוסט 2016 האָבן מיר אױך אָנגעהױבן צונױפֿצושטעלן נײַע, קריטישע אױסגאַבעס פֿון װיכטיקע װערק אױף ייִדיש (דערװײַל מערסטנס עסײען), דער אױסלײג זאָל שטימען מיט די תּקנות פֿון כּלל־ייִדיש און די שװערע װערטער זאָלן דעפֿינירט װערן אין אַ געהעריקן גלאָסאַר.

איר װעט מסתּמא באַמערקן אַז אַלע מאַטעריאַלן װאָס דער לײענזאַל ברענגט פֿאַרן עולם זענען אין גאַנצן אױף ייִדיש. די סיבה דערפֿאַר איז סײַ אַ פּראַקטישע, סײַ אַ פּעדאַגאָגישע. ערשטנס איז ייִדיש די אײנציקע בשותּפֿותדיקע שפּראַך צװישן אַלע באַניצערס און רעפֿערענטן. װען מיר װאָלטן באַשלאָסן אַז ענגליש אָדער העברעיִש זאָל זײַן די הױפּטשפּראַך פֿונעם פּראָיעקט, װאָלטן זיך די אָנטײל־נעמערס פּשוט נישט געקענט פֿאַרשטענדיקן אײנער מיטן אַנדערן. צװײטנס, װילן מיר אַז דער לײענזאַל גופֿא, נישט נאָר די טעקסטן װאָס מע קען דאָ אַראָפּלאָדן, זאָל זײַן אַ שפּראַכיקער רעסורס פֿאַר סטודענטן, זײ זאָלן זיך באַקענען מיט װאָס מער דיאַלעקטן און רעדסטילן. פּונקט װי די מאָדערנע ייִדישע ליטעראַטור־שפּראַך האָט געשעפּט דער עיקר פֿון דער פֿאָלקשפּראַך, גלײבן מיר אַז דער סטודענט קען זיך עפּעס אויסלערנען פֿונעם גערעדטן לשון, נישט נאָר פֿונעם געשריבענעם.

די באַניצערס פֿונעם לײענזאַל דאַרפֿן זיך נישט אײַנשרײַבן אין קײן קורסן, און זײ דאַרפֿן אויך נישט באַצאָלן קײן שׂכר־לימוד. אָבער פֿאָרט האָפֿן מיר אַז איר װעט אַלע װערן אַקטיװע לײענערס און באַזוכן דאָס װעבזײַטל רעגולער. פֿאַרשרײַבט זיך דאָ כּדי צו באַקומען אַנאָנסן װעגן נײַע רעפֿעראַטן און טעקסטן׃ בליצפּאָסט־רשימה

דער לײענזאַל װערט פֿינאַנסירט דער עיקר דורך אײַך, די באַניצערס פֿונעם װעבזײַטל. דערצו האַלטן מיר אין שרײַבן אַפּליקאַציעס אויף סובװענצן פֿון פֿאַרשײדענע פֿונדאַציעס. אויב איר װילט אונדז שיקן אַ בײַשטײַער, גיט אַ קװעטש אױף דער פֿאַרבינדונג׃ בײַשטײַערן

איציק בלימאַן

איציק בלימאַן

דירעקטאָר און רעדאַקטאָר

איציק בלימאַן, אַ געבױרענער אין לאָס־אַנדזשעלעס, האָט באַקומען זײַן ערשטן דיפּלאָם אין לינגװיסטיק און פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור פֿון סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט אין 2012, און זײַן מאַגיסטער־טיטל אין ייִדיש־לימודים פֿון אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט אין 2013. ער איז איצט אַ דאָקטאָראַנט פֿון סאָציאָלינגװיסטיק אין ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט. שרײַבט איציק בלימאַנען אױף דעם אַדרעס׃ isaac@leyenzal.org