„דוד האָפֿשטײן“ (משה שקליאַר)

18 אױגוסט 2014

די װאָך איז אָנגעקומען די טרױעריקע ידיעה װעגן דער פּטירה פֿונעם פּאָעט און רעדאַקטאָר פֿון דעם ליטעראַרישן זשורנאַל חשבון משה שקליאַר. דער לײענזאַל דריקט אױס מיטװײטיק זײַן משפּחה אין לאָס־אַנדזשעלעס און זײַנע לײענערס איבער דער װעלט.

צום אָנדענק פֿון משה שקליאַר און פֿון די ייִדישע שרײַבערס אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, װעלכע זענען אומגעבראַכט געװאָרן דעם 12טן אױגוסט 1952, שטעלן מיר ארױף אױפֿן װעבזײַטל אַ רעפֿעראַט איבער די װערק פֿונעם פּאָעט דוד האָפֿשטײן, װאָס שקליאַר האָט געהאַלטן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 19טן מײַ 2001. דעם װידעאָ האָט אונדז געשאָנקען דער לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישער קולטורקלוב.

די לעקציע