רעדנערס

בערל זומאָף

ד″ר בערל זומאָף האָט שוין איבערגעזעצט מער ווי 21 ייִדישע ביכער אויף ענגליש און געהאַלטן אָנפֿירנדיקע פּאָזיציעס אין דער ייִדישער קולטור. ער איז געווען דער פּרעזידענט פֿון דער „פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע“, „אַרבעטער־רינג“, „פֿאָלקסבינע“, „ייִדישער קולטור־קאָנגרעס“, און רעדאַקטאָר פֿונעם ייִדישן פּאָעזיע־אָפּטייל אינעם זשורנאַל „Jewish Currents“.

פֿון פֿאַך איז ד"ר זומאָף אַן ענדאָקרינאָלאָג און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדעצין אין „אַלבערט אײַנשטײַן־קאָלעדזש פֿון מעדיצין„, „באַרג־סיני־שול פֿון מעדיצין“ און אַסאָציִיִר־פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט.

(ביאָגראַפֿישע נאָטיצן פֿון איציק גאָטעסמאַן; לײענען װײַטער װעגן בערל זומאָף)