רעדנערס

שבֿע צוקער

(בילד און ביאָגראַפֿיע גענומען פֿון דער ייִדיש־ליגע)

שבֿע צוקער איז אױספֿיר־סעקרעטאַר פֿון דער ייִדיש־ליגע און שעף־רעדאַקטאָר פֿון איר אָרגאַן, אױפֿן שװעל. זי איז די מחברטע פֿון צװײ פּאָפּולערע ייִדיש־לערנביכלעך, ייִדיש – אַן אַרײַנפֿיר: לשון, ליטעראַטור און קולטור (אַרבעטער־רינג, נ"י: ב' 1, 1994; ב' 2, 2002). די ביכער װערן באַלײט פֿון אױדיאָ־רעקאָרדירונגען און זײַנען געוואָרן איבערגעזעצט אױף פּאָרטוגעזיש און איטאַליעניש. פֿון די מיטל־1980ער יאָרן ביז 2004 איז זי געװען לעקטאָר אין ייִדיש און אין דער ייִדישער ליטעראַטור אין דוק־אוניװערסיטעט אין דורעם, צפֿון־קאַראָלײַנע. זי האָט געלערנט און געהאַלטן רעפֿעראַטן װעגן דער ייִדיש־קולטור און ייִדישער ליטעראַטור אױף פֿינף קאָנטינענטן, און אין אָנגעזעענע אוניװערסיטעטן, אַרײַנגערעכנט קאָלאָמביע, ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט, בר־אילן, און אין דעם רוסישן מלוכישן אוניװערסיטעט פֿאַר הומאַניסטיק. אַ סך יאָרן איז זי געװען אַ לערערין אין אוריאל װײַנרײַך־פּראָגראַם אין דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און קולטור, פּאַטראָנירט פֿון קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט און דעם ייִדישן װיסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט – ייִװאָ, און זי לערנט װײַטער אין דעם נײַעם לאָקאַל פֿון דער פּראָגראַם אין ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט.

זי איז אױפֿגעװאָקסן אין אַ ייִדיש־רעדנדיקער הײם אין װיניפּעג, קאַנאַדע, און האָט גראַדויִרט פֿון דער י.־ל. פּרץ־פֿאָלקשול, אַ ייִדיש־העברעיִשע טאָגשול. זי האָט אַ מאַגיסטער אין דער ייִדישער שפּראַך, ליטעראַטור און פֿאָלקלאָר פֿון קאָלאָמביע־אוניװערסיטעט און אַ דאָקטאָראַט אין פֿאַרגלײַכיקער ליטעראַטור פֿונעם גראַדויִר־צענטער פֿון דעם שטאָטישן אוניװערסיטעט פֿון ניו־יאָרק.

דערצו איז שבֿע צוקער עטלעכע יאָר געװען דער איבערזעצונג־רעדאַקטאָר פֿון דעם פּאַקן־טרעגער, דער זשורנאַל פֿון דער נאַציאָנאַלער ייִדישער ביכער־צענטראַלע. אין איר װיסנשאַפֿטלעכער און איבערזעצונג־אַרבעט קאָנצענטרירט זי זיך דער עיקר אױף דער פֿרױ אין דער ייִדישער ליטעראַטור. זי האַלט אַז זי מעג רויִק זאָגן אַז זי האָט די אײנציקע ייִדיש־רעדנדיקע קינדער אין דורעם, צפֿון־קאַראָלײַנע. זי באַטראַכט דאָס זײַן די רעדאַקטאָרשע פֿון אַ מאָדערנער, פּרעכטיקער פּובליקאַציע װי אױפֿן שװעל װי אַ פּריװילעגיע און אַ מתּנה. זי גלײבט אַז לײענערס פֿון ייִדיש האָבן דאָס רעכט צו האָבן אַ זשורנאַל װאָס איז פּונקט אַזױ אינטערעסאַנט און מחיהדיק פֿאַרן אױג װי זשורנאַלן װאָס זײ לײענען אױף אַנדערע שפּראַכן.

אירע פּובליקאַציעס (טײלװײַזע רשימה):

הקדמה אױף ענגליש און ייִדיש צו פּלוצעמדיקער רעגן: לידער פֿון גיטל שעכטער־װישװאַנאַט. תּל־אָבֿיבֿ: ישׂראל־בוך, 2003.

ייִדיש – אַן אַרײַנפֿיר: לשון, ליטעראַטור און קולטור. ניו־יאָרק: אַרבעטער־רינג, ב'1, 1994; ב' 2 2002. אױדיאָ־רעקאָרדירונגען, 1996, 2003.

די גאָלדענע פּאַװע: דאָס קול פֿון דעם ייִדישן שרײַבער, 2001. אַ קאָמפּאַקטל װאָס איז כּולל די קולער פֿון 10 ייִדישע שרײַבערס, מיט זײער אַן אַרומנעמיק באַלײטביכל.

אירע איבערזעצונגען (טײלװײַזע רשימה):

דרײַ דערציילונגען אין שיין ווי די לבֿנה, ליכטיק ווי די שטערן: ייִדישע פֿרויען אין ייִדישע דערציילונגען, רעד' סאַנדראַ באַרק, ניו־יאָרק: וואַרנער בוקס, נאָוועמבער 2003.

"ג.וו." אין אויפֿוואַכנדיקע לעבנס: אויטאָביִאָגראַפֿיעס פֿון דער ייִדשער יוגנט אין פּוילן פֿאַרן חורבן, רעד' דזשעפֿרי שאַנדלער, ניו־יאָרק: ייִדישער וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט — ייִוואָ/יעיל־אוניווערסיטעט־פֿאַרלאַג, 2002.

"דער האָטעל" פֿון יאָניאַ פֿײַן, פּאַקן־טרעגער, נ' 34, האַרבסט 2000.

"די ייִדישע ליטעראַטור און די לעזערין", פֿון שמואל ניגער, (אַן איבערזעצונג און אַן אַנאָטאַציע), אין די פֿרויען פֿון דעם וואָרט: ייִדישע פֿרויען און דאָס ייִדישע שרײַבן, רעד' דזשודיט באַסקין, דעטרויט: וויין־סטייט־אוניווערסיטעט־פּרעס, 1994.