פּרעמיערע אין ניו־יאָרק

25 יאַנואַר 2014

טײַערע לײענערס,

די אָפֿיציעלע פּרעמיערע פֿונעם לײענזאַל איז פֿאָרגעקומען מאָנטיק, דעם 20סטן יאַנואַר 2014 אינעם לינגװיסטישן אָפּטײל פֿונעם ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט. עס קומט אַ האַרציקער יישר־כּוח די אַלע געסט װאָס זענען געקומען פֿון איבער גאַנץ ניו־יאָרק פּראַװען דעם יום־טובֿ. אױף דער שׂימחה האָב איך געװיזן דעם עולם אַ קורצן װידעאָ־אַרײַנפֿיר צום פּראָיעקט (דאָ אונטן), אַרומגערעדט דעם אינהאַלט פֿונעם לײענזאַל און געענטפֿערט אױף די פֿראַגעס, װאָס די געסט האָבן מיר געשטעלט. אַ דאַנק אײַך אַלעמען פֿאַר די ניצלעכע עצות מכּוח דעם װעבזײַטל!

דערנאָך דעם האָט פּראָפֿ' גענאַדי עסטרײַך (ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט) גענומען דאָס װאָרט. אַזױ װי ס'רובֿ פּראָפֿעסאָרן און פֿאָרשערס פֿון ייִדיש זענען צעזײט און צעשפּרײט איבער דער װעלט, האָט פּראָפֿ' עסטרײַך דערקלערט, האָט דער לײענזאַל דעם פּאָטענציאַל אויסצופֿילן אַ היפּשן בלױז אין אונדזער ייִדיש־קהילה. נאָך די צװײ רעדעס האָבן די געסט װײַטער געשמועסט, געגעסן און געטרונקען װײַן. איך װיל דאָ גאָר האַרציק באַדאַנקען מײַנע פֿרײַנד אין „יוגנטרוף“, װאָס האָבן ברײטהאַרציק געדעקט די קאָסטן פֿונעם כּיבוד.

איך האָף אַז איר װעט אַ סך געניסן פֿונעם לײענען און הערן אונדזערע לעקציעס.

מיט די װאַרעמסטע גרוסן,
אײַזיק בלימאַן
פּרעזידענט און צונױפֿשטעלער פֿונעם לײענזאַל