„אַריבער דעם סמבטיון“ (דבֿ נױ)

13 אָקטאָבער 2014

דעם 29סטן סעפּטעמבער 2013 איז געשטאָרבן דער חשובֿער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט פּראָפֿ' דבֿ נױ. צו זײַן ערשטן יאָרצײַט ברענגען מיר אײַך אַ רעפֿעראַט, װאָס פּראָפֿ' נױ האָט געהאַלטן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 13טן אַפּריל 1996. דעם װידעאָ האָט אונדז געשאָנקען דער לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישער קולטורקלוב.

װי פּראָפֿ' נױ דערמאָנט אין זײַן רעפֿעראַט, שפּילט דער טײַך סמבטיון אַ גרױסע ראָלע אינעם ראָמאַן מסעות בנימין השלישי פֿון מענדעלע מוכר־ספֿרים, װאָס װעגן אים האָט יצחק ניבאָרסקי שױן געהאַלטן אַ סעריע רעדעס.

די לעקציע