י.־ל. פּרץ און די ייִדישע פֿרױ, ערשטער טײל (חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר)

02 יוני 2014

ד"ר שבֿע צוקערס סעמינאַר אַרום י.־ל. פּרצעס דערצײלונג „באָנטשע שװײַג“ איז געװען די ערשטע פֿון אַ ציקל לעקציעס אָפּגעגעבן די שאַפֿונגען פֿונעם דריטן קלאַסיקער פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור. איצט קען מען הערן די ערשטע פֿון פֿינעף לעקציעס אױף דער טעמע „י.־ל. פּרץ, די ייִדישע פֿרױ און סאָציאַלע גערעכטיקײט“, װאָס חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר (לעקטאָר אין מעגיל־אוניװערסיטעט) האָט ספּעציעל צוגעגרײט און רעקאָרדירט פֿאַרן לײענזאַל. די מאָנטרעאָלער ייִדישע קהילה־פֿונדאַציע (Jewish Community Foundation of Montreal) האָט ברײטהאַרציק סובסידירט אירע שיעורים.

די לעקציע

דער טעקסט

אין די װײַטערדיקע פֿיר לעקציעס װעט חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר רעדן פּרטימדיק װעגן עטלעכע פֿון פּרצעס װערק. ערשט דעמאָלט װעלן זײ אַרױס אױפֿן װעבזײַטל.

אַנדערע רעסורסן

רעפֿעראַטן און עסײען

  • דוד־הירש ראָסקעס׃ „י.־ל. פּרץ דער באנײַער“ (געהאַלטן דעם 29סטן מאַרץ 1980 אין מאָנטרעאָל; נאָך פּרטים)
    ערשטער טײל׃

    צװײטער טײל׃

אױף אַנדערע לשונות