עפֿענונג דעם 20סטן יאַנואַר 2014

09 יאַנואַר 2014

עפֿענונג אין ניו־יאָרק (מיר האָבן געביטן די דאַטע)
איר זענט האַרציק פֿאַרבעטן אױף אַ שׂימחה לכּבֿוד דעם דעביוט פֿונעם לײענזאַל־װעבזײַטל. די עפֿענונג קומט פֿאָר מאָנטיק, דעם 20סטן יאַנואַר 2014 (מאַרטין לוטער קינג־טאָג), 5.15-4 נאָך מיטאָג אין ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט.

לינגװיסטישער אָפּטײל
ניו־יאָרקער אוניװערסיטעט
10 װאַשינגטאָן פּלײס (צװישן בראָדװײ און װאַשינגטאָן־סקװער־פּאַרק)
ניו־יאָרק, ניו־יאָרק 10003

(מאַפּע)
אַרײַנטריט אומזיסט. דאָס איז דערװײַל די אײנציקע אונטערנעמונג װאָס מיר אָרגאַניזירן, װאָס װעט נישט פֿאָרקומען אױף דער אינטערנעץ. פֿאַרפֿעלט נישט! עסן, שמועסן, רעדעס און מוזיק.

זײַט אַזױ גוט, גיט צו װיסן צי איר קומט, אָדער דורך פֿײסבוק אָדער דורך בליצפּאָסט׃ isaac@leyenzal.org
פֿאַרבינדונג אױף פֿײסבוק׃ www.facebook.com/events/656807694376247