בײַשטײַערן

דעם לײענזאַלס הױפּט־שליחות איז צו באַזאָרגן דעם ייִדיש־לײענענדיקן עולם מיט נײַע לעקציעס װעגן אונדזער ליטעראַטור, װי אױך מיט אַנדערע לערן־ און לײען־מאַטעריאַלן. מע קען אַראָפּלאָדן, לײענען און הערן די אַלע מאַטעריאַלן בחינם. כּדי צו דערגרײכן אָט דעם ציל פֿאַרלאָזן מיר זיך אויף מנדבֿים. אױב איר האָט הנאה פֿון אונדזער פּראָגראַם און װילט אונטערשטיצן װײַטערדיקע ייִדישע שטודיעס אױף דער אינטערנעץ, זײַט אַזױ גוט און שענקט אַ נדבֿה. דער בעסטער אופֿן אונטערצושטיצן דעם לײענזאַל איז אַרײַנצושיקן אײַער בײַשטײַער דורך PayPal אָדער דורך דער געװײנטלעכער פּאָסט אויפֿן אַדרעס װאָס געפֿינט זיך אונטן. מיר װעלן אײַך צושיקן אַ קבלה, װאָס באַשטעטיקט אַז איר האָט געשאָנקען אַ נדבֿה, װאָס איר קענט אַראָפּרעכענען פֿון די שטײַערן אין די פֿאַראײניקטע שטאַטן. (אונדזער פֿעדעראַלער EIN איז 46-1184762.)

PayPal-donate-button

מיר נעמען אָן נדבֿות פֿון כּלערלײ סומעס. אַ בײַשטײַער פֿון $200 װעט דערלאָזן, אַז מיר זאָלן אַנגאַזשירן אַ נײַעם רעפֿערענט, און מיר װעלן אױסרעכענען אײַער נאָמען (אָדער דעם נאָמען פֿון אײַער אָרגאַניזאַציע) װי דער מנדבֿ װאָס האָט דערמעגלעכט יענע לעקציע. מיר װעלן אױך אָנשרײַבן אַ דעדיקאַציע אין אָנדענק פֿון אַ קרובֿ אָדער אַ חבֿר.

דערצו קלײַבן מיר נדבֿות פֿון באַניצערס אין נאָמען פֿון אַ ייִדיש־לערער/־ין װאָס האָט אײַנגעפֿלאַנצט אין זײַנע אָדער אירע סטודענטן אַ ליבשאַפֿט צו דער ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור. װען איר שענקט אַ נדבֿה פֿון $18 אָדער מער, װעלן מיר פֿאַרשרײַבן אײַער נאָמען און דעדיקאַציע אױף דער רשימה פֿון מנדבֿים.

שרײַבט איציק בלימאַנען מיט פֿראַגעס װעגן בײַשטײַערן׃ donations@leyenzal.org

אַנדערע אופֿנים, װי אזױ אונטערצושטיצן דעם לײענזאַל׃

ייִדישע ביכער אױף ענגליש׃ װען איר באַשטעלט אַ בוך װעגן דער ייִדישער ליטעראַטור אָדער געשיכטע פֿון Amazon (אָדער אַנדערע זאַכן װאָס פֿאַרקױפֿן זיך דאָרט) דורך דער פֿאַרבינדונג, װעט דער לײענזאַל באַקומען אַ פּראָצענט פֿונעם אָפּצאָל.

אַ דאַנק פֿאַר אײַער שטיץ.

Leyenzal – A Yiddish Literacy Project
c/o Isaac Bleaman
3635 30th Street, 2nd Floor
Long Island City, NY 11106