!ברוכים־הבאָים אינעם לײענזאַל

    דער לײענזאַל האָט לעצטנס באַקומען אַ בינטל רעקאָרדירונגען פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעװער, אין װעלכע ער לײענט פֿיר זײַנע אײגענע לידער. מיר האָבן צונױפֿגעשטעלט פֿילמען, אַזױ   לײענען װײַטער

    צום צװײטן חנוכּה־ליכטל פֿאַר אַ יאָרן איז ניפֿטר געוואָרן די ייִדישע פּאָעטעסע און מחברטע פֿון זינגלידער ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. דער לײענזאַל מערקט אָפּ איר ערשטן יאָרצײַט   לײענען װײַטער

    די װאָך ברענגען מיר אײַך אַ לעקציע, װאָס פּראָפֿ’ שמואל קאַסאָװ האָט געהאַלטן אין סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט דעם 24סטן פֿעברואַר 2009. דעם װידעאָ האָט אונדז געשאָנקען דער   לײענען װײַטער

    אין דעם הײַנטיקן רעפֿעראַט, דעם פֿערטן פֿונעם באַרימטן שרײַבער און איבערזעצער מײַקל װעקס, האַלטן מיר בײַם פֿאַרענדיקן דעם ראָמאַן אין פּױלישע װעלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו.   לײענען װײַטער

    אין דעם הײַנטיקן רעפֿעראַט, דעם דריטן פֿונעם באַרימטן שרײַבער און איבערזעצער מײַקל װעקס, לײענען מיר װײַטער דעם ראָמאַן אין פּױלישע װעלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. דאָס   לײענען װײַטער

    דער לײענזאַל האָט לעצטנס באַקומען אַ בינטל רעקאָרדירונגען פֿונעם פּאָעט אַבֿרהם סוצקעװער, אין װעלכע ער לײענט פֿיר זײַנע אײגענע לידער. מיר האָבן צונױפֿגעשטעלט פֿילמען, אַזױ אַז מע קען לײענען די לידטעקסטן בשעת מע הערט װי דער בעל־מחבר לײענט זײ אױף אַ קול. אָט הערט איר די ערשטע צװײ לידער, „די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ“ (1943) און „װען כ’װאָלט ניט זײַן מיט דיר בײַנאַנד“ (1947). די פֿירלײענונגען דאָס לײענװאַרג „די   לײענען װײַטער

    צום צװײטן חנוכּה־ליכטל פֿאַר אַ יאָרן איז ניפֿטר געוואָרן די ייִדישע פּאָעטעסע און מחברטע פֿון זינגלידער ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן. דער לײענזאַל מערקט אָפּ איר ערשטן יאָרצײַט מיט אַ לעקציע פֿון יאַנינאַ װוּרבס. אַן אָפּקלײַב לידער, װאָס יאַנינאַ לײענט פֿיר אין איר לעקציע, געפֿינט זיך גלײַך אונטערן װידעאָ. בײַ 18 מינוט און 41 סעקונדעס װעט מען הערן דאָס ליד „װײַל איך בין אַ צװײַג“, געזונגען פֿון חנה קופּער ע”ה אין דער אַראַנזשירונג   לײענען װײַטער

    די װאָך ברענגען מיר אײַך אַ לעקציע, װאָס פּראָפֿ’ שמואל קאַסאָװ האָט געהאַלטן אין סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט דעם 24סטן פֿעברואַר 2009. דעם װידעאָ האָט אונדז געשאָנקען דער צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים א”נ טאַובע, װאָס אָרגאַניזירט אַ יערלעכע ייִדיש־לעקציע א”נ קלאַראַ סומף. צוליב טעכנישע שװעריקײטן איז דער קלאַנג פֿונעם װידעאָ נישט פֿון דער העכסטער קװאַליטעט. דערפֿאַר רעקאָמענדירן מיר, איר זאָלט זיך בעסער צוהערן צום רעפֿעראַט דורך קאָמפּיוטער־הילכערס װי דורך הערערס. די לעקציע אַנדערע   לײענען װײַטער

    אין דעם הײַנטיקן רעפֿעראַט, דעם פֿערטן פֿונעם באַרימטן שרײַבער און איבערזעצער מײַקל װעקס, האַלטן מיר בײַם פֿאַרענדיקן דעם ראָמאַן אין פּױלישע װעלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. דאָס לײענװאַרג (מער־װײניקער דאָס לעצטע פֿערטל פֿונעם ראָמאַן) געפֿינט זיך אױף דעם זײַטל אונטערן װידעאָ. די לעקציע דאָס לײענװאַרג (אָפּדרוקן/אַראָפּלאָדן דעם טעקסט) אַנדערע רעסורסן: רעפֿעראַטן און עסײען „יוסף אָפּאַטאָשו־אָװנט“ (דעם 23סטן יאַנואַר 1955 אין מאָנטרעאָל; נאָך פּרטים)ערשטער טײל׃ צװײטער טײל׃ אָפּאַטאָשו־ביבליאָגראַפֿיע (1937)לײענען אױף אַנדערע לשונות   לײענען װײַטער

    אין דעם הײַנטיקן רעפֿעראַט, דעם דריטן פֿונעם באַרימטן שרײַבער און איבערזעצער מײַקל װעקס, לײענען מיר װײַטער דעם ראָמאַן אין פּױלישע װעלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו. דאָס לײענװאַרג (מער־װײניקער דאָס דריטע פֿערטל פֿונעם ראָמאַן) געפֿינט זיך אױף דעם זײַטל אונטערן װידעאָ. די לעקציע דאָס לײענװאַרג (אָפּדרוקן/אַראָפּלאָדן דעם טעקסט) אַנדערע רעסורסן: רעפֿעראַטן און עסײען „יוסף אָפּאַטאָשו־אָװנט“ (דעם 23סטן יאַנואַר 1955 אין מאָנטרעאָל; נאָך פּרטים)ערשטער טײל׃ צװײטער טײל׃ אָפּאַטאָשו־ביבליאָגראַפֿיע (1937)לײענען אױף אַנדערע לשונות Sol   לײענען װײַטער

    (די װאָך נעמען מיר אַ הפֿסקה פֿון דער סעריע רעדעס, װאָס מײַקל װעקס האָט צוגעגרײט אַרום דעם ראָמאַן אין פּױלישע װעלדער פֿון יוסף אָפּאַטאָשו.) דעם 29סטן סעפּטעמבער 2013 איז געשטאָרבן דער חשובֿער ייִדישער פֿאָלקלאָריסט פּראָפֿ’ דבֿ נױ. צו זײַן ערשטן יאָרצײַט ברענגען מיר אײַך אַ רעפֿעראַט, װאָס פּראָפֿ’ נױ האָט געהאַלטן אין לאָס־אַנדזשעלעס דעם 13טן אַפּריל 1996. דעם װידעאָ האָט אונדז געשאָנקען דער לאָס־אַנדזשעלעסער ייִדישער קולטורקלוב. װי פּראָפֿ’ נױ דערמאָנט   לײענען װײַטער

    Medem Library

    ידיעות

    טוט אַ קװעטש דאָ כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן אויף אונדזער בליצפּאָסט־רשימה.

    קאַלענדאַר

    13 אָקטאָבער 2014 - „אַריבער דעם סמבטיון“ (דבֿ נױ)
    3 נאָװעמבער 2014 - יוסף אָפּאַטאָשו, אין פּױלישע װעלדער, דריטער טײל (מײַקל װעקס)
    17 נאָװעמבער 2014 - יוסף אָפּאַטאָשו, אין פּױלישע װעלדער, פֿערטער טײל
    1 דעצעמבער 2014 - „דער אימאַזש פֿון װילנע אין דער ייִדישער געשיכטע“ (שמואל קאַסאָװ)
    16 דעצעמבער 2014 - אַ לעקציע לזכּרון בײלע שעכטער־גאָטעסמאַן (יאַנינאַ װוּרבס)
    22 יאַנואַר 2015 - אַבֿרהם סוצקעװער, „די בלײַענע פּלאַטן פֿון ראָמס דרוקערײַ“ און „װען כ'װאָלט ניט זײַן מיט דיר בײַנאַנד“, פֿירגעלײענט פֿונעם פּאָעט

    Twitter updates

    No public Twitter messages.

    מנדבֿים

    • Sample ad
    • Sample ad
    • Sample ad
    • Sample ad